וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

Update posted by Katle Kanye On May 24, 2018

יום ה' לס' יברכך ה' (בממון) וישמרך (מן המזיקין)

טייערע חברי קאַווע שטיבל, פייסבוק, טוויטער, וואטסאַפּ ודי בכל אתר ואתר

וויוו מייד איט!!!

מיר האָב געדאַרפט שאַפן $3,500 אין אַ חודש און מיט צען טאָג נאָך געבליבן איז שוין אַריינגעקומען דער גאַנצער. איך בין יעדן דאַנקבאַר פאַרן געבן, פאַרן לייקן, פאַר ווייטער שיקן דעם קליינעם משה חיימ'ל (יאָ, אַזוי האָט מען איך אַ נאָמען געגעבן) און פאַר מחזק זיין בסתר ובגלוי. אַ דאַנק אייך אַלע וועט אויך דער פּרייז זיין אַ סך ביליגער צו קויפן.

מער ווי אַלעס האָבן מיר געוויזן אַז מיר זענען נישט אַליין. אַכט און פופציק מענטשן האָבן מנדב געווען און געזאָגט אַז דאָס וואָס איז טאָר נישט ווייטער אָנגיין. זיי האָבן עס געזאָגט נישט בלויז מיט זייער מויל נאָר אויך מיט זייערע קעשענעס. איך ווייס אַז אַ מפטיר יונה גייט פאַר צען מאָל אַזויפיל און אויף אַ ווינטערדיקן מוצאי שבת קען מען צאַמשטעלן הונדערט מאָל אַזויפיל. מיר פאַרקויפן אָבער נישט כבוד, שוויצעריי, צוועקן, אַמבולאַנסן, געביידעס, נר למאור אָדער חתונה מאַכן אַ בן אחר בן פון וועמען נאָר.

מיר פאַרקויפן סך הכל אַן אידיי. לא פחות ולא יותר. אין אידייען ליגט אָבער אַלעס. סוף מעשה במחשבה תחילה און וואָס נאָר מען זעט אָדער מען הערט האָט איינער ערשט דערצו געהאַט אַן אידיי. די אויסגעשורהטע וואָלקן קראַצערס, שיפן גרויס ווי אַ שטאָט, עראָפּלאַנען וואָס פליען מסוף העולם ועד סופו, ראַקעטן וואָס מען שיצט צו די ז' כוכבי לכת, דער כישוף פון מאָדערנע פאַרבינדונגס מיטלען, גאַנצע מדינות, געזעצן און סיסטעמען פון רעגירונג, אַלסדינג האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ פּיצל זומען פון אַן אידיי. נישט אומזיסט פאָרכטן מאַכטן אידייען מער ווי אַלעס.

אידייען קומען אָבער רעלאַטיוו לייכט נאָר אויף אויסצופירן אַ גרויסער אידיי למעשה דאַרף מען באַקעמפן אַלע סאָרטן שטרויכלונגן. מענשטן וואָס שטיין אין וועג, געלט און צייט און פּלאַץ ועל כולם איבערגעווינען אַנדערע צו דער אידיי. און דאָרט האַלטן מיר.

מיר האַלטן דערווייל בלויז ביים אידיי אַליין און איזהו חכם הרואה את הנולד מיינט טאַקע די וואָס האָבן זיך צוגעשטעלט בגופם ובממונם צו פאַרשטיין אַז הא גופט פעלט אונז: אידייען. מיר האָבן אַזויפיל מיליאָנען אַז מיר באַשאַפן צוועקן זיי פטור צו ווערן. באָדנס ווערן איינגעהאַנדלט און געביידעס ווערן געבויט שנעלער ווי מען קען זיי אָנפילן אָבער צו וואָס? און וווּ אַהין פירט דאָס אַלעס? דאָס איז די שאלה וואָס מען וועט אייך באַשטיינערן בלויז פאַרן פרעגן און דאָס איז וואָס מיר וועלן אַרומרעדן. און צו דעם האָבן אַנאָנימע מענטשן וואָס קוים וואָס זיי קענען מיר האָבן זיך אונטערגעגאַרטלט צו העלפן דאָס אַרומצורעדן און אויסהערן אַז איכא דרכא אחרינא.

איך פאַרמאָג נישט משה רבינוס מטה און איך זאָג נישט צו קיין גליקן אָבער אַ רצון האָב איך. ה' אלקים נתן לי לשון לימודים און אַז איך קען שרייבן און אויסשפּרעכן וואָס ליגט מיר אויפן לונג שוין פילע יאָרן שפּיר איך דערצו אַ חוב. איך קום נישט 'מציל' זיין קינדער פון זייערע עלטערן אויף זיי צו באַגראָבן אין די מוסדות נאָר פאַרקערט. איך וויל זיי ראַטעווען פון די מוסדות אויף זיי אָפּצוגעבן צו די עלטערן. ווי רש"י זאָגן אויף למען הציל אותו מידם להשיבו אל אביו, רוח הקודש אומרת כן. רוח הקודש פאַרלאַנגט אַז קינדער געהערן נישט ביי די שבטי י-ה זיי צו פאַרזינקן אין אַ גרוב נאָר זיי געהערן צו טאַטע מאַמע. און דאָס שלאָגן מיר פאָר. צוריקצוגעבן צו די עלטערן דער אמתער ברירה און 'טשויס' איבער זייערע קינדער זיי אויפצוציען צו אַן אמתן ייִדישן און תכליתדיקן לעבן.

גענוג געדרשנט און מיר דאַרפן די זאַך דערפאַרטיקן און גיין צום דרוק. דערנאָך זאָל מען אַרומרעדן, זיך דינגען, אָפּווענדן, אָפּשלאָגן און אפשר אויך מסכים זיין. שווייגן איז אָבער נישט קיין אָפּציע. שוין צו לאַנג וואָס צופיל קינדער גיין לאיבוד במחשבה בדיבור ובמעשה און דער צייט פון טון עפעס דעריבער איז שוין דאָ.

בכ"ר

ק"ק

עי"ש: איך לאָז דער אַפּיל אָפן אויף נאָך צען טאָג און אַז עס וועט אַריינקומען מער וועל איך דערמיט קענען באַלוינען די פרייוויליגע מגיהים און אַנדערע מיטאַרבעטער.

Add a Comment

Update posted by Katle Kanye On May 17, 2018


די ווערטער צו אַזאַ מאָלעריי דאַרפן זיין מערערע און ערענסטער. דאָס קינד וואָס איז זעט איז אייער קינד וואָס קען באַלייכטן דער וועלט אָבער אַליין וועט עס נישט פּאַסירן. עס איז גלייך צו דאַווענען דערויף אָבער אַ קינד דאַרף מען האָדעווען מיט שכל און פאַרשטאַנד און דאָס פּאַסירט נישט היינטצוטאָג אין אונזערע קרייזן. מיר פּאַרלעשן ביי קינדער דעם לאָמפּ ווען מיר אַנטוויקלען נישט זייערע כשרונות. נישט אין תורה און נישט אין לימודי חול. מיר צינדן ביי אונזערע קינדער נישט אָן די לעמפּ ווייל מיר האָבן מורא וואָס מען וועט טרעפן ווען מען לייכט ביי אונז אויף און מיר פאָרכטן אַז די קינדער זאָלן אונז איבערשטייגן.

לייכט ביי אייך אויף די קינדער. זיי האָבן טאַלאַנטן, פעהיקייטן און לייכט עס אויף פאַר זייער צוקונפט. באַשולדיקן אַנדערע איז נישט קיין תירוץ. די קינדער זענען אונזערע און די אחריות איבער זיי געהער אויך צו אונז. כי הם חיינו ואורך ימינו און עס פאַרלאַנגט זיך אַן אינערלעכער באַוועגונג פאַר אַ נייעם דרך אין חינוך. אך ורק פאַר די קינדער אַליין.

מיין ציל איז פּאָזיטיוו און איך טייל מיך דאָ מיט אייך מיט נאָך אַ פּאַראַגראַף פון דעם קונטרס איבער דער נחת פון קינדער ווען אַ שולע פירט זיך וויאַזוי עס באַדאַרף צו זיין.

"אַזאַ נחת קען מען גאָרנישט שילדערן. רוב חסידישע עלטערן און בפרט טאַטעס ווייסן בכלל נישט וואָס דאָס איז אָנצוזאַמלען פאַרשטאַנד און וויסנשאַפט אין משך פון די שולע־יאָרן. וואָס דאָס מיינט זיצן אַ פאַרהער וואָס מען גרייט זיך דערצו חדשים לאַנג, שאלות וואָס פאַרלאַנגען מחשבה און אַ פעיִקייט צו געבן אַרגומענטן לכאן ולכאן, ענטפערן וואָס מען שרייבט איבער אַ פּאָר שעה און אויף עטלעכע זייטן פון אַ בויגן און די שמחה דערנאָך ערלעך צו פאַרדינען צייכנס. די טאַטעס האָבן דאָס אַליין נישט בייגעלעבט און האָבן עס ביז היינט נישט געזען ביי זייערע זין. איז שטעלט אייך פאָר ווי גרויס וועט זיין זייער פאַרגעניגן ווען זיי באַקומען שולע־באַריכטן מיט פּרטים וויאַזוי זייערע קינדער שטייגן אין איטלעכן נושא און ווי זייער נחת וועט איבערפליסן ווען די צייכנס קומען אָן אין ערנסטע און אַנערקענטע לימודים. עס מעג זיין אַ פּאָר פרקים אין נ"ך, דקדוק אין לה"ק, משניות אָדער גמרא מיט אַ טיפערן פאַרשטאַנד אָדער פיזיקע, ביאָלאָגיע און אַ רייע אַנדערע לימודים וואָס ברענגען אַרויס דעם פולן פּאָטענציאַל פון דעם תלמיד. יום־טוב אין דער וואָכן, וועט באַקומען אַ גאַנץ נייעם פשט. אל הנער הזה התפללתי וועט מען נישט קרעכצן נאָר טאַנצן."

האָטס מיר אַלע אַ גוטן יום טוב!

Add a Comment

Update posted by Katle Kanye On May 17, 2018

ברוך אומר ועושה. איך האָב געזאָגט אַז ביי פופציק פּראָצענט האָב איך אַ סעריע מאָלערייען לכבוד יום טוב און אָט איז דער ערשטער.

אַ דאַנק אַלע וואָס האָבן געלייקט און געטיילט און מיר געהאָלפן צו 52% וווּ עס האַלט אַצינד. עס איז נישט צו שפּעט. דאָס פּושקעלע קלינגט און דער ייִנגעלע האָט ליב די לייקס. אפשר וועט מען אים אויך אַ נאָמען געבן לכבוד יום טוב.

Add a Comment

Update posted by Katle Kanye On May 17, 2018



לאָמיך אַרויסשרייבן בפירוש וואָס איך בין אויסן. די באַגרענעצטע לימודים וואָס הייסן ביי אונז לימודי־קודש קענען נישט אָנפילן און זעטיקן די נאַטירלעכע נייגעריקייט פון קינדער צו לערנען, צו אַנטדעקן און זיך צו באַקענטיקן מיט דער אַרומיקער וועלט. די תורה מיט אירע אַלע הפך בה והפך בהס האָט קוים אָנצופילן אויף אַ גאַנצן טאָג דעם מוח פון אַ דערוואַקסענעם וואָס וויל זיך אין דעם ספּעציאַליזירן, זיכער נישט פאַר אַן אומרויִקן צענערלינג־בחורל און ניטאַמאָל אַ הוה אמינא פאַר יונגע, קליינע, פרישע מוחות מיט אומגעדולדיקע קערפער. דאָס איז נישט קיין חסרון אין דער תורה נאָר דער פועל־יוצא פון דער מענטשלעכער נאַטור.

אַ פּאַראַגראַף פון דעם קונטרס וואָס שטייט באַלד גרייט צו ערשיינען #וְתִינוֹקלְלַמְּדוֹסֵפֶר

רבותי, עד הנה עזרוני און גיט נאָך אַ שטיפּ. גיט אַ לייק, שיקט עס אַרום און העלפט אַרויפברענגן דעם סכום צו פופציק פּראָצענט און מיר וועלן אייך מהנה זיין לכבוד יו"ט מיט אַ סעריע מאָלערייען מלא־חן פון אונזער קליינעם חדר העלד וואָס איר וועט איבער זיי גאַפן. גאַראַנטירט!

http://www.gogetfunding.com/katlekanye
Add a Comment

Update posted by Katle Kanye On May 14, 2018

א תפילה פאר קינדערלעך צו זאגן אז זייערע טאטע מאמע זאלן זיי אויפציען צו א תכליתדיקן לעבן פון תורה עם דרך ארץ

Add a Comment

Update posted by Katle Kanye On May 09, 2018

Add a Comment

Update posted by Katle Kanye On May 08, 2018

ברוך השם מרבים העם להביא און די נדבות האַלטן זיך כסדר אין איין מערן. היינט אַליין האָט אונז אַ נדיב לב ערשטוינט מיט אַ נתינה פון $250 און אויך אַ צווייטער מיט גאָר אַ שיינע נתינה. דער צווייטער נדבן האָט פאַרהוילן דעם סכום איז וועל איך נישט זיין אַ מגלה סוד. אין צוגאָב זענען דאָ נאָך נתינות וואָס זענען זיך מצרף צו גרויסע סכומים און אַזוי אַרום האָט יעדער אַ חלק אין דער צוקונפט פון אונזערע קינדער.

דער קונטרס גייט אַ גאַנג. כמעט יעדן טאָג קומט צוריק נאָך אַ קאַפּיטל רעדאַקטירט, איך האַלט אויךביים פאַרהאַנדלען מיט נאָך אַ רעדאַקטאָר צו פאַרהיימישן דער בוכשטאַבירונג, כלומר פון ייִדיש אויף אידיש וכדומה. דער מאָלער מאָלט שיינע מאָלערייען מיט דעם יניק וחכים און בקרוב מוז מען קלערן פון אים געבן אַ נאָמען. און ווען אַלעס איז פאַרטיק און די הערות, הארות והגהות זענען סאָרטירט וועט מען זיך נעמען צום אויסלייג.

דער קונטרס וועט זיין צו פאַרקויפן אויף אַמאַזאָן ענלעך צו דער וועקער און זיי געבן זיך טאַקע אָפּ מיט דעם חלק ווי אויך מיט נאָך חלקים. דאָ איז אַ געלעגנהייט קלאָר צו מאַכן אַ זאַך וואָס מען האָט מיר דערויף געפרעגט. מחמת כמה סיבות זענען די נדבות נישט מעות קדימה. די רווחים אויף אַמאַזאָן זענען גאָר שמאָל און בפרט ביי אַ בוך וואָס מען פאַרקויפט דערפון רעלאַטיוו ווייניק. ממילא צו דעקן די הוצאות מיט מעות קדימה וואָלט איך געדאַרפט זאַמלען גאָר לאַנג און הזמן קצר... אויך ווייס איך אַז צופיל מענטשן וועלן נישט וועלן געבן זייער אַדרעס און איך וויל נישט זיי זאָלן זיך שפּירן דיסקרימינירט. סוף סוף געב איך אויך נישט מיינס. איך האָף אַז אַצינד איז קלאָר און דער עולם וועט ווייטער נושא בעול זיין צו העלפן אַרויסצוברענגן אַ ליכט אויף דער וועלט.

Add a Comment

Update posted by Katle Kanye On May 07, 2018

ראשית כל פרייט עס מיר צו מעלדן אַז נאָך אַ הפסקה פון אַ טאָג איז דער אַפּיל צוריק אויף די שינעס און עס פאָרט אַצינד ווייטער.

לגבי דער הפסקה, בעטן מיר איבער דעם עולם איבער דער צעמישונג פון די ערשטע טעג בשעת ווען איך האָב מיך אויסגעלערנט וויאַזוי דאָס אַלעס אַרבעט. בפרט בעט איך מחילה ביי די נחשונים וואָס האָבן געמאַכט אַ נדבה תיכף ומיד אין דעם ערשטן מעת לעת. זיי וועלן זיך אויפמאַכן די קאָנטעס און ווי די שבטי י-ה אונטערוועגנס פון מצרים וועלן זיי געפונען והנה הכסף איש בפי אמתחתו. ווייל איך האָב זיי געדאַרפט צוריק אָפּגעבן דאָס געלט.

איך בעט אייך האָט אויף מיר חלילה נישט קיין פאַראיבל אַז אנשטאָט אייך הייבן אויף די פּלייצע זעט עס גאָר אויס אַז איך שיק דאָס געלט אויף צוריק. אייער באַלדיגע נדבה איז פאַר מיר אַ ריזיגע חיזוק אַז מיין אַרבעט איז געשעצט און אַז איך בין נישט אַליין אין זוכן אַ לייזונג צו אונזערע פּראָבלעמען. עס איז אויך אַ וועגווייזער פאַר אַנדערע אַז זיי זען אַז מענטשן זענען געגרייט צו באַצאָלן מהונם אַז דאָס בוך זאָל ערשיינען.

עס איז מיר גאָר שטאַרק אומבאַטעמט אַז איר האָט מיר אַרויסגעוויזן אַזאַ געוואַלדיקער סבר פנים יפות און איך צאָל אייך אָפּ מיט קאָפּ דרייעניש. ביי אונז איז אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין, כלומר איך האָב געוואָלט פאַרזיכערן אַז אַלעס בלייבט געהיים און עס איז געבליבן אַזוי געהיים אַז בלויז די נדבנים האָבן געקענט דערצו צוקומען. האָב איך געמוזט אָנהייבן פון דאָס פריש.

מאי דהוי הוי און יעצט מיט דער שטיצע פון חברים האָב איך ווידער אַוועקגעשטעלט דער קאַסע און מען קען סיי אַ הכנסה און סיי אַ הוצאה. דער סכום איז ווייט פון געדעקט און איך בעט דעם עולם צוצולייגן אַ פּלייצע. די וואָס האָבן שוין געגעבן האָף איך אַז איך קען זיי בעטן זיך מטריח זיין און ווידער מנדב זיין. ווי געזאָגט איז די ערשטער נדבה אויפן וועג צו אייך צוריק און עס וועט אייך קאָסטן בלויז איין מאָל.

!קומט און ברענגט נדרים ונדבות למען תינוקות של בית רבן

Add a Comment

Update posted by Katle Kanye On May 03, 2018

מחמת פאַרשידענע סיבות זענען מיר געצווינגן אָפּצושטעלן די קאַמפּיין ביז ווילאַנג מיר סאָרטירן אויס די שטרויכלען. דאָס איז בלויז דער קאַמפּיין און נישט דאָס קונטרסל וואָס מען גרייט מען ווייטער צו. מיר האָפן באַלד צוריקצושטעלן דעם קאַמפּיין על מכונו אַז די נדיבי לב וועלן ווידער קענען ברענגן חח ונזם אצעדה וצמיד.

איר קענט אייך אויך פאַרבינדן ביני לביני מיט דעם בעל מחבר דירעקט אויף

[email protected]

Add a Comment

photo

Hi, I am Anthony and I would like to continue my study. I’m Taking Accountancy please visit my campaign. I am in need right now. A small amount is a very big thanks to me.

1234356 12345

Posted On Jun 25, 2018

photo

היי נשמות יפות אני מקווה u לקחת דקות כדי לבדוק Campagne שלי לתרום רק 1 $ אם U לא יכול בבקשה לשתף אות

Amaury Blais

Posted On Jun 04, 2018

photo

איך וויל אויך די זכות צו האבן א טייל בדבר מצוה.

שלמה ווייסמאן

Backed On May 24, 2018 Amount Hidden

photo

Anonymous

Backed with $942.00 On May 24, 2018

photo

אבי מ'רעדט דערפון. ווי קען דען אזא מיינונג געהערט ווערן? אין דער איד? אין דער בלאט? מ'לאזט דאך אונז נישט רעדן. וואלט שמעון ראלניצקי געלאזט דרוקן די אנדערע זייט פון די מטבע אין זיין מעגעזין? איך האב זיך סובסקרייבט צו די אידישע רעליגיע, נישט צו א מיליאן רולס און רעגולעישאנס וואס האבן גארנישט צוטוהן מיט אידישקייט. יישר כוח ר' קטלא קניא פאר נעמען די מיה צו שרייבן און דרוקן וועגן אזא וויכטיגע נושא.

לאנגיעריגער ליינער

Backed On May 24, 2018 Amount Hidden

photo

Anonymous

Backed with $500.00 On May 22, 2018

photo

קיין נחשון בין איך נישט, אבער כאטש אביסל מאראלע סאפפארט מוז איך געבן. גמליאל בן פדצהור, פה סטעטן איילענד נ.י. יצ"ו.

גמליאל בן פדהצור

Backed with $10.00 On May 18, 2018

photo

איך גלייב נישט אז עס וועט העלפן. אבער אז די בנים וואקסן אונטער און עס ציפט ביים הארץ כאפט מען זיך אויף שטרוי. לך בכך זה והושע את ישראל. ממרום שלח אש

Guest

Backed with $18.00 On May 18, 2018

photo

Ploni Almoni

Backed with $25.00 On May 17, 2018

photo

I always said that i am for the education for our children...

Yoinah Kohen

Backed with $83.00 On May 17, 2018

SHOW MORE COMMENTS
Add a Comment

photo

Katle Kanye

Campaign Owner

flag NY, us

send a message

photo

Basya Kohlman

Following Since May 17, 2018

photo

Frieda Vizel

Following Since May 16, 2018

photo

Emily Lees

Following Since May 09, 2018

photo

Max Dirnfeld

Following Since May 08, 2018

photo

אשר כ\\\"ץ

Following Since May 07, 2018

photo

Joel Wertzberger

Following Since May 04, 2018

photo

Pinny Kreizel

Following Since May 03, 2018

photo

Mordechai Beck

Following Since May 03, 2018

photo

Aaron Wieder

Following Since May 03, 2018

photo

Joseph Gross

Following Since May 03, 2018

SHOW MORE FOLLOWERS

Not Ready to Donate?

Did you know a 10 second Facebook share raises an average of $25?

Share on