May 08, 2018 at 10:12 pm

מאת כל איש אשר ידבנו לבו

Update posted by Katle Kanye

ברוך השם מרבים העם להביא און די נדבות האַלטן זיך כסדר אין איין מערן. היינט אַליין האָט אונז אַ נדיב לב ערשטוינט מיט אַ נתינה פון $250 און אויך אַ צווייטער מיט גאָר אַ שיינע נתינה. דער צווייטער נדבן האָט פאַרהוילן דעם סכום איז וועל איך נישט זיין אַ מגלה סוד. אין צוגאָב זענען דאָ נאָך נתינות וואָס זענען זיך מצרף צו גרויסע סכומים און אַזוי אַרום האָט יעדער אַ חלק אין דער צוקונפט פון אונזערע קינדער.

דער קונטרס גייט אַ גאַנג. כמעט יעדן טאָג קומט צוריק נאָך אַ קאַפּיטל רעדאַקטירט, איך האַלט אויךביים פאַרהאַנדלען מיט נאָך אַ רעדאַקטאָר צו פאַרהיימישן דער בוכשטאַבירונג, כלומר פון ייִדיש אויף אידיש וכדומה. דער מאָלער מאָלט שיינע מאָלערייען מיט דעם יניק וחכים און בקרוב מוז מען קלערן פון אים געבן אַ נאָמען. און ווען אַלעס איז פאַרטיק און די הערות, הארות והגהות זענען סאָרטירט וועט מען זיך נעמען צום אויסלייג.

דער קונטרס וועט זיין צו פאַרקויפן אויף אַמאַזאָן ענלעך צו דער וועקער און זיי געבן זיך טאַקע אָפּ מיט דעם חלק ווי אויך מיט נאָך חלקים. דאָ איז אַ געלעגנהייט קלאָר צו מאַכן אַ זאַך וואָס מען האָט מיר דערויף געפרעגט. מחמת כמה סיבות זענען די נדבות נישט מעות קדימה. די רווחים אויף אַמאַזאָן זענען גאָר שמאָל און בפרט ביי אַ בוך וואָס מען פאַרקויפט דערפון רעלאַטיוו ווייניק. ממילא צו דעקן די הוצאות מיט מעות קדימה וואָלט איך געדאַרפט זאַמלען גאָר לאַנג און הזמן קצר... אויך ווייס איך אַז צופיל מענטשן וועלן נישט וועלן געבן זייער אַדרעס און איך וויל נישט זיי זאָלן זיך שפּירן דיסקרימינירט. סוף סוף געב איך אויך נישט מיינס. איך האָף אַז אַצינד איז קלאָר און דער עולם וועט ווייטער נושא בעול זיין צו העלפן אַרויסצוברענגן אַ ליכט אויף דער וועלט.

Back to campaign page