וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

  • US$3,505.00
    raised of $3,500.00 goal goal
100% Funded
58 Donors
Show more
Show less

ברשות כל הקהל הקודש ווענדן מיר זיך צום עולם אויף אַן אַפּיל צו ראַטעווען ייִדישע קינדער, די טייערע תינוקות של בית רבן. נישט אין באר שבע, נישט אין תימן, נישט פעילים יד לאחים, נישט אַ בית־יתומים און נישט חינוך הישן. בדידן קאמינא. מיר רעדן דאָ פון אונזערע אייגענע קינדער, די שוואַרצאַפּל ביי אונז אין די אויגן.

מורי ורבותי, דער מצב איז סכנות־נפשות. צענדליקער טויזנטער ייִדישע נשמות ווערן אויפגעברענגט צו לסטות ווייל עלטערן ווילן נישט מקיים זיין ללמדו אומנות. ייִדישע קינדער, רחמנים בני רחמנים דערבאַרעמט אייך. דער עם חכם ונבון האָדעוועט גאַנצע דורות קינדערלעך וואָס קוים יודעים כתב ולשון. גדיים נעשו תיישים און פון קליינע ציגעלעך וואַקסן אויס גראָבע ביקעס.

טויזנטער טאַטעס און מאַמעס שיקן זייערע זין אין חדר אַריין אָן צו געבן אַ קלער וואָס מען טוט מיט די קינדער צווישן די חדר־ווענט. אָן אַ צאָל עלטערן קלערן טאַקע דעריבער און פּלאָגן זיך צו פאַרשטיין וואָס ביי אונז גייט פאָר. און גאָר אַ סך עלטערן זעען און פאַרשטייען אונזער מצב און פּראָבירן אַרויסצוקריכן פון זייער קלעם.

עס בושעוועט אין דער לופט און אַלע שפּירן אַז עפּעס גייט דאָ פאָר און דאָס וואָס איז היינט קען נישט ווייטער אָנגיין. די צייט פון רעדן האָט זיך פון לאַנג אויסגעלאָזט און די צייט פון טון איז דאָ. וואַרטן אויף אונזערע מנהיגים איז אַ ברכה־לבטלה. אַז איר האָט אַ מיינונג אין דעם נושא און בפרט אַז איר האָט קינדער פון שולע־יאָרן מוזט איר דעריבער טון.

מורי ורבותי מיר האָבן פאַר אייך נייעס: איכא דרכא אחרינא! עס איז דאָ אַ ברירה און עס ליגט ביי אייך אין די הענט.

און דאַן קומען מיר אָן צום אַפּיל.

עס שטייט כמעט גרייט אַ קונטרסל מיטן נאָמען 'וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר'. דאָס קונטרסל באַשטייט פון האַרט אונטער 40,000 ווערטער און באַהאַנדלט בלויז דעם קריזיס פונעם היימישן חינוך פון ייִנגלעך אין חסידישע קרייזן. עס פאַרמאָגט אַנאַליז, קריטיק, מחשבה און איבער אַלעס הצעות אויף צו ברענגען אַ רעוואָלוציע. אַ רעוואָלוציע צו דעם חינוך פון אונזערע אייגענע קינדער דורך ווידמען און פאָרשלאָגן אידייען צו ברענגען אַ לייזונג.

דאָ וועלן זיך עלטערן אויפעפענען די אויגן און כאָטש געבן אַ קלער. צווישן די בלעטער וועלן טאַטעס און מאַמעס זען דעם הלוך־ילך ביי אונז אין די חדרים צענומען אויף טעלערלעך. און אין דעם קונטרס וועלן זיי טרעפן טרייסטווערטער און חיזוק אַז עס מוז נישט אַזוי זיין. ווייל איכא דרכא אחרינא, עס איז דאָ אַ ברירה.

יִשְׁמַע חָכָם וְיוֹסֶף לֶקַח וְנָבוֹן תַּחְבֻּלוֹת יִקְנֶה. אַז איר זוכט אַ לייזונג צו אייערע קלעמען וועט איר עס דאָ געפינען.

ברם דא עקא אויף אַרויסצוברענגען דעם קונטרס לאוויר העולם דאַרף מען אַרום $3,500 עובר־לסוחר. מיט דעם געלט וועט מען באַצאָלן פאַר רעדאַקטירונג, מאָלערייען, אויסלייג און ענלעכע הוצאות.

אַז איר האַלט אַז דער מצב מיט אונזער חינוך־סיסטעם צריך תיקון אָדער אפילו אַז איר ווילט בלויז בעסער פאַרשטיין וואָס ביי אונז גייט פאָר בעט מען אייך צוצולייגן אַ האַנט. שטעלט אונטער אַ פּלייצע און נעמט אַ חלק אין די הוצאות פון דעם קונטרס והודעת להם את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.

בקשתי שטוחה אליכם: העלפט ראַטעווען אונזער היינט און אונזער מאָרגן. אונזערע קינדער זענען אונזער עתיד נישט בלויז אויף קדיש נאָר אויך ביים לעבן, זייער לעבן און אונזערס. איזהו חכם הרואה את הנולד און מיט שטיצן דעם קונטרס וועלן קומעדיקע דורות אייך מכיר־טובה זיין אַז איר האָט זיי אינזינען געהאַט און צושטייער געגעבן אויף זיי צו ראַטעווען. ווי רש"י זאָגט די וואָך: להזהיר גדולים על הקטנים.

מיר בעטן די נדבנים זיי זאָלן לאָזן וויסן זייער 'נאָמען', צי אמת צי פיקטיוו, און אויך אַ 'פּלאַץ', צי געאָגראַפיש צי ווירטועל. צום ביישפּיל, יואל שוואַרץ, קרית יואל; משה פישער, באָראָ פאַרק; אָדער מר בר רב אשי, קאַווע־שטיבל; ספינה פורחת, טוויטער; גמליאל בן פדהצור, פייסבוק אאַז"וו. אַזוי פלעג זיין איינגעפירט מקדמת דנא, חק"ס, ניר מאַדע, חברת ש"ס, לאָדזש וכדומה וכדומה. אַזוי אַרום קענען מיר מקבץ זיין נדחי־ישראל בכל מקומות מושבותיהם און זאָל יעדער זען און שפּירן דאָס ערד־ציטערניש וואָס וועט אונז צעטרייסלען די אמות הסיפים. זאָלן אויך אונזערע מנהיגים אײנזען אַז די שאָף זענען גאָר לייבן. זיי מעקען שוין גאָרנישט און קענען אויך דערלאַנגען אַ ברום.

מיר וועלן פאַראייביקן פון הינטן דעם קונטרסל אַלע נדבנים אחד עשיר ואחד רש. פאַר אַ פופציקער וועט אייער נאָמען ערשיינען אין שטאַרקע אותיות, פאַר אַ מאה באַקומט איר אַ קעסטל, און פאַר $250 אַ פערטל בלאַט וווּ איר קענט דערמאַנען באַליבטע און געערטע. (אויף גרעסערע סכומים קענט איר צוקומען צווישן מנחה־מעריב אָדער אַריינשיקן אַ קוויטל אינעם פּאָסטקעסטל.) מיר שאַצן אָבער יעדן איינעם אָפּ באַזונדער. צי איר זענט אַ ונתנו אָדער אַ נתן תתן זאָלט איר אַלע האָבן ברכות בלי די פאַרן ווייזן מיט אייער קעשענע אַז איר זענט כאָטש מסכים צו באַהאַנדלען דעם נושא. ווייל אויף איינצוזייען מוז מען צו ערשט דורכאַקערן.

מיר אַנטשולדיקן זיך אַז מיר שטעלן אייך נישט צו קיין סעודה פון חמאת בקר וחלב צאן, מיר האָבן נישט לויתן און נישט חמר מרת דמבראשית. אויך האָבן מיר נישט קיין טלית־קטן פונעם רבין זי"ע, קיין וועסטל פונעם מיטלען רבין, קיין שטערן־טיכל פון דער רביצין אָדער קיין יאַרמלקע וואָס דער רבי האָט מקפיד געווען אָנצוטאָן שבועות נאָך דער מקווה ביז באַלד נאָך עליונים ששו. אין בידינו נישט ח"י ראָטל און נישט קיין כישוף־רינגל. מיר טיילן נישט קיין מתנות, געבן נישט קיין בעכערס, לייגן אייך נישט אַריין אין אַ גורל קיין קערעסטיר כולל אש"ל און קוים וועט איר דאָ באַקומען אַ תזכו למצוות.

אויך מאַכן מיר נישט קיין געוואַלדעס און יללות. מיר זאָגן בלויז קול דמי בניכם צועקים אליכם מן החדרים. העלפט זיי געבן אַ קול און העלפט אויפמאַכן די אויערן פאַר צענדליקער טויזנטער עלטערן צו הערן און דערהערן דאָס קול. ווייל בלויז אַז מען וועט אַריינקלערן אין דעם מצב וועט קומען די ישועה.

עֲשֵׂה לְמַעַן יוֹנְקֵי שָׁדַיִם שֶׁלֹּא חָטְאוּ, עֲשֵׂה לְמַעַן גְּמוּלֵי חָלָב שֶׁלֹּא פָּשְׁעוּ, עֲשֵׂה לְמַעַן תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן, עֲשֵׂה לְמַעַן בְּנֵיכֶם אִם לֹא לְמַעַנְכֶם, עֲשֵׂה לְמַעַנְכֶם וְהוֹשִיעֵנוּ

Organizer

  • Katle Kanye
  •  
  • Campaign Owner
  •  
  • NY, US

Donors

  • 1234356 12345
  • Posted On Jun 25, 2018
  • Hi, I am Anthony and I would like to continue my study. I’m Taking Accountancy please visit my campaign. I am in need right now. A small amount is a very big thanks to me.

  • Amaury Blais
  • Posted On Jun 04, 2018
  • היי נשמות יפות אני מקווה u לקחת דקות כדי לבדוק Campagne שלי לתרום רק 1 $ אם U לא יכול בבקשה לשתף אות

  • שלמה ווייסמאן
  • Donated on May 24, 2018
  • איך וויל אויך די זכות צו האבן א טייל בדבר מצוה.

Amount Hidden
May 24

יברכך ה' וישמרך

Update posted by Katle Kanye at 08:21 pm

יום ה' לס' יברכך ה' (בממון) וישמרך (מן המזיקין)טייערע חברי קאַווע שטיבל, פייסבוק, טוויטער, וואטסאַפּ ודי בכל אתר ואתרוויוו מייד איט!!!מיר האָב געדאַרפט שאַפן $3,500 אין אַ חודש און מיט צען טאָג נאָך געבליבן איז שוין אַריינגעקומען דער גאַנצער. איך בין יעדן דאַנקבאַר פאַרן געבן, פאַרן לייקן, פאַר ווייטער שיקן. . . . .

See update
0
May 17

ומאירים את העולם

Update posted by Katle Kanye at 11:51 pm

די ווערטער צו אַזאַ מאָלעריי דאַרפן זיין מערערע און ערענסטער. דאָס קינד וואָס איז זעט איז אייער קינד וואָס קען באַלייכטן דער וועלט אָבער אַליין וועט עס נישט פּאַסירן. עס איז גלייך צו דאַווענען דערויף אָבער אַ קינד דאַרף מען האָדעווען מיט שכל און פאַרשטאַנד און דאָס פּאַסירט נישט היינטצוטאָג. . . . .

See update
0
May 17

בלומען נישט נאָר אויף יו"ט

Update posted by Katle Kanye at 01:47 pm

ברוך אומר ועושה. איך האָב געזאָגט אַז ביי פופציק פּראָצענט האָב איך אַ סעריע מאָלערייען לכבוד יום טוב און אָט איז דער ערשטער.אַ דאַנק אַלע וואָס האָבן געלייקט און געטיילט און מיר געהאָלפן צו 52% וווּ עס האַלט אַצינד. עס איז נישט צו שפּעט. דאָס פּושקעלע קלינגט און דער ייִנגעלע

See update
0
May 17

תיקון ליל שבועות

Update posted by Katle Kanye at 01:31 pm

לאָמיך אַרויסשרייבן בפירוש וואָס איך בין אויסן. די באַגרענעצטע לימודים וואָס הייסן ביי אונז לימודי־קודש קענען נישט אָנפילן און זעטיקן די נאַטירלעכע נייגעריקייט פון קינדער צו לערנען, צו אַנטדעקן און זיך צו באַקענטיקן מיט דער אַרומיקער וועלט. די תורה מיט אירע אַלע הפך בה והפך בהס האָט קוים אָנצופילן אויף. . . . .

See update
0
May 14

תפילת ר' קטלא לער

Update posted by Katle Kanye at 04:54 pm

א תפילה פאר קינדערלעך צו זאגן אז זייערע טאטע מאמע זאלן זיי אויפציען צו א תכליתדיקן לעבן פון תורה עם דרך ארץ

See update
0
May 09

העלפט אים פירן טיש

Update posted by Katle Kanye at 06:28 pm

See update
0
May 08

מאת כל איש אשר ידבנו לבו

Update posted by Katle Kanye at 10:12 pm

ברוך השם מרבים העם להביא און די נדבות האַלטן זיך כסדר אין איין מערן. היינט אַליין האָט אונז אַ נדיב לב ערשטוינט מיט אַ נתינה פון $250 און אויך אַ צווייטער מיט גאָר אַ שיינע נתינה. דער צווייטער נדבן האָט פאַרהוילן דעם סכום איז וועל איך נישט זיין אַ מגלה. . . . .

See update
0
May 07

הוחזר עטרה ליושנה

Update posted by Katle Kanye at 04:40 pm

ראשית כל פרייט עס מיר צו מעלדן אַז נאָך אַ הפסקה פון אַ טאָג איז דער אַפּיל צוריק אויף די שינעס און עס פאָרט אַצינד ווייטער.לגבי דער הפסקה, בעטן מיר איבער דעם עולם איבער דער צעמישונג פון די ערשטע טעג בשעת ווען איך האָב מיך אויסגעלערנט וויאַזוי דאָס אַלעס אַרבעט.. . . . .

See update
0
May 03

ירידה לצורך עליה

Update posted by Katle Kanye at 10:52 pm

מחמת פאַרשידענע סיבות זענען מיר געצווינגן אָפּצושטעלן די קאַמפּיין ביז ווילאַנג מיר סאָרטירן אויס די שטרויכלען. דאָס איז בלויז דער קאַמפּיין און נישט דאָס קונטרסל וואָס מען גרייט מען ווייטער צו. מיר האָפן באַלד צוריקצושטעלן דעם קאַמפּיין על מכונו אַז די נדיבי לב וועלן ווידער קענען ברענגן חח ונזם אצעדה

See update
0

Donors & Comments

58 donors
  • 1234356 12345
  • Posted On Jun 25, 2018
  • Hi, I am Anthony and I would like to continue my study. I’m Taking Accountancy please visit my campaign. I am in need right now. A small amount is a very big thanks to me.

  • Amaury Blais
  • Posted On Jun 04, 2018
  • היי נשמות יפות אני מקווה u לקחת דקות כדי לבדוק Campagne שלי לתרום רק 1 $ אם U לא יכול בבקשה לשתף אות

  • שלמה ווייסמאן
  • Donated on May 24, 2018
  • איך וויל אויך די זכות צו האבן א טייל בדבר מצוה.

Amount Hidden
  • Anonymous
  • Donated on May 24, 2018
  • Just a small token of appreciation. A tiny hint of my admiration. A well deserved boost, to very noble a cause. As a pioneer and trailblazer, you deserve the highest of honors. And yes, I want to have a part in all the good you did; all the smiles you caused; many a soul elated and a life changed.

$942.00
  • לאנגיעריגער ליינער
  • Donated on May 24, 2018
  • אבי מ'רעדט דערפון. ווי קען דען אזא מיינונג געהערט ווערן? אין דער איד? אין דער בלאט? מ'לאזט דאך אונז נישט רעדן. וואלט שמעון ראלניצקי געלאזט דרוקן די אנדערע זייט פון די מטבע אין זיין מעגעזין? איך האב זיך סובסקרייבט צו די אידישע רעליגיע, נישט צו א מיליאן רולס און רעגולעישאנס וואס האבן גארנישט צוטוהן מיט אידישקייט. יישר כוח ר' קטלא קניא פאר נעמען די מיה צו שרייבן און דרוקן וועגן אזא וויכטיגע נושא.

Amount Hidden
  • Anonymous
  • Donated on May 22, 2018
  • Your arduous work; our glimmer of hope!

$500.00
  • גמליאל בן פדהצור
  • Donated on May 18, 2018
  • קיין נחשון בין איך נישט, אבער כאטש אביסל מאראלע סאפפארט מוז איך געבן. גמליאל בן פדצהור, פה סטעטן איילענד נ.י. יצ"ו.

$10.00
  • Guest
  • Donated on May 18, 2018
  • איך גלייב נישט אז עס וועט העלפן. אבער אז די בנים וואקסן אונטער און עס ציפט ביים הארץ כאפט מען זיך אויף שטרוי. לך בכך זה והושע את ישראל. ממרום שלח אש

$18.00
  • Ploni Almoni
  • Donated on May 17, 2018
$25.00
  • Yoinah Kohen
  • Donated on May 17, 2018
  • I always said that i am for the education for our children...

$83.00
Show more donors

Followers

10 followers
Basya Kohlman
Frieda Vizel
Emily Lees
Max Dirnfeld
אשר כ\\\"ץ
Joel Wertzberger
Pinny Kreizel
Mordechai Beck
Aaron Wieder
Joseph Gross
Show more Followers
US$3,505.00
raised of $3,500.00 goal
100% Funded
58 Donors