May 17, 2018 at 11:51 pm

ומאירים את העולם

Update posted by Katle Kanye


די ווערטער צו אַזאַ מאָלעריי דאַרפן זיין מערערע און ערענסטער. דאָס קינד וואָס איז זעט איז אייער קינד וואָס קען באַלייכטן דער וועלט אָבער אַליין וועט עס נישט פּאַסירן. עס איז גלייך צו דאַווענען דערויף אָבער אַ קינד דאַרף מען האָדעווען מיט שכל און פאַרשטאַנד און דאָס פּאַסירט נישט היינטצוטאָג אין אונזערע קרייזן. מיר פּאַרלעשן ביי קינדער דעם לאָמפּ ווען מיר אַנטוויקלען נישט זייערע כשרונות. נישט אין תורה און נישט אין לימודי חול. מיר צינדן ביי אונזערע קינדער נישט אָן די לעמפּ ווייל מיר האָבן מורא וואָס מען וועט טרעפן ווען מען לייכט ביי אונז אויף און מיר פאָרכטן אַז די קינדער זאָלן אונז איבערשטייגן.

לייכט ביי אייך אויף די קינדער. זיי האָבן טאַלאַנטן, פעהיקייטן און לייכט עס אויף פאַר זייער צוקונפט. באַשולדיקן אַנדערע איז נישט קיין תירוץ. די קינדער זענען אונזערע און די אחריות איבער זיי געהער אויך צו אונז. כי הם חיינו ואורך ימינו און עס פאַרלאַנגט זיך אַן אינערלעכער באַוועגונג פאַר אַ נייעם דרך אין חינוך. אך ורק פאַר די קינדער אַליין.

מיין ציל איז פּאָזיטיוו און איך טייל מיך דאָ מיט אייך מיט נאָך אַ פּאַראַגראַף פון דעם קונטרס איבער דער נחת פון קינדער ווען אַ שולע פירט זיך וויאַזוי עס באַדאַרף צו זיין.

"אַזאַ נחת קען מען גאָרנישט שילדערן. רוב חסידישע עלטערן און בפרט טאַטעס ווייסן בכלל נישט וואָס דאָס איז אָנצוזאַמלען פאַרשטאַנד און וויסנשאַפט אין משך פון די שולע־יאָרן. וואָס דאָס מיינט זיצן אַ פאַרהער וואָס מען גרייט זיך דערצו חדשים לאַנג, שאלות וואָס פאַרלאַנגען מחשבה און אַ פעיִקייט צו געבן אַרגומענטן לכאן ולכאן, ענטפערן וואָס מען שרייבט איבער אַ פּאָר שעה און אויף עטלעכע זייטן פון אַ בויגן און די שמחה דערנאָך ערלעך צו פאַרדינען צייכנס. די טאַטעס האָבן דאָס אַליין נישט בייגעלעבט און האָבן עס ביז היינט נישט געזען ביי זייערע זין. איז שטעלט אייך פאָר ווי גרויס וועט זיין זייער פאַרגעניגן ווען זיי באַקומען שולע־באַריכטן מיט פּרטים וויאַזוי זייערע קינדער שטייגן אין איטלעכן נושא און ווי זייער נחת וועט איבערפליסן ווען די צייכנס קומען אָן אין ערנסטע און אַנערקענטע לימודים. עס מעג זיין אַ פּאָר פרקים אין נ"ך, דקדוק אין לה"ק, משניות אָדער גמרא מיט אַ טיפערן פאַרשטאַנד אָדער פיזיקע, ביאָלאָגיע און אַ רייע אַנדערע לימודים וואָס ברענגען אַרויס דעם פולן פּאָטענציאַל פון דעם תלמיד. יום־טוב אין דער וואָכן, וועט באַקומען אַ גאַנץ נייעם פשט. אל הנער הזה התפללתי וועט מען נישט קרעכצן נאָר טאַנצן."

האָטס מיר אַלע אַ גוטן יום טוב!

Back to campaign page